/וועגן דעם אינסטאַנץ פֿון אָפּמאַך

דער אינסטאַנץ פֿון אָפּמאַך איז אַ צענטער פֿון קענטשאַפֿט פֿאַר עפֿנטלעכן אָפּמאַך. ער איז אַ מאָדערנער

 מלוכישער אינסטאַנץ וואָס שטיצן אונטער די וועלכע באַטײליקן זיך אין עפֿנטלעכן געשעפֿט דורך אַנטוויקלען און אינפֿאָרמירן װעגן קענטשאַפֿט, מכשירים און מעטאָדן פֿאַר עפֿנטלעכן אָפּמאַך. מיר אַנטוויקלען דעם גוטן עפֿנטלעכן געשעפֿט, מיט פֿאָקוס אויף אויסהאַלטעוויקע, חידושדיקע און עפֿעקטיווע אָפּמאַכן.

עפֿנטלעכער אָפּמאַך

אַן עפֿנטלעכער אָפּמאַך הײסט אַז אַן אָפּמאַך-אינסטאַנץ קויפֿט, דינגט אָדער אויף אַן אַנדער אופֿן קריגט סחורות, באַדינונגען אָדער בויען-קאָנטראַקטן. אַן אָפּמאַך-אינסטאַנץ קענט למשל זײַן אַ מלוכישער, קאַמונאַלער אָדער ראַיאָניקער אינסטאַנץ און אויך אַ קאָמונאַלע אָדער מלוכישע פֿירמע אָדער אַמט.

יעדער יאָר מאַכט מען אין שוועדן עפֿנטלעכע אָפּמאַכן פֿון 625 מיליאַרד קרוינען. דאָס הייסט 1/5 פֿון דער נאַציאָנאַלער ברוטאָ־הכנסה. אַ גוטער עפֿנטלעכער אָפּמאַך ברענגען צו גרויסע הכנסות פֿאַר דער געזעלשאַפֿט. ער איז אַ כּוחדיקער מכשיר וואָס ווירקט אויף דער מלוכישער עקאָנאָמיע. די מלוכה, די ראַיאָנען און די קאָמונעס קויפֿן אַ סך זאַכן דורך עפֿנטלעכע אָפּמאַכן, למשל ביוראָוואַרג, סטאַדיאָנען און קאָנסולטאַטציעס און אויך געזונט און וווילזײַן.

 אָפּמאַך-שטיץ

דער אינסטאַנץ פֿון אָפּמאַך אַרבעט מיט שטיצן פֿאַרשײדנע אײַנקויפֿערס אין דער עפֿנטלעכער סבֿיבֿה דורך געבן עצות װעגן פֿאַרשײדנע ענינים און כּללים.

פֿאַר אַ גוטן געשעפֿט דאַרף מען סטראַטעגיש איבערבליקן דעם אײַנקויף-פּראָצעס ווען עס קומט צו למשל נאָכפֿרעג, ציל און אָפּשאַץ. כּדי צו געבן אײַך װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי דער אײַנקויף-פּראָצעס זעט אויס האָבן מיר געשאַפֿן באַשרײַבונגען װעלכע װעלן אײַך העלפֿן צו צוגרײטן, דורכפֿירן און אָפּשאַצן אַן אָפּמאַך.

צו אַנטװיקלען דעם אויסהאַלטעוויקן אָפּמאַך איז אַ וויקטיקער טײל פֿון אונדזער אַרבעט. אויסהאַלטעוויקע אָפּמאַכן קענען זײַן אַ טײל פֿון שאַפֿן אַ בעסער נאַטור-סבֿיבֿה און אויך פֿאַרבעסערן די סאָציאַלע מצבֿ פֿאַר עטלעכע מענטשן. דערצו, אַרבעטן מיר מיט שטיצן חידושדיקע אָפּמאַכן און מאַכן עס מיגלעך פֿאַר נאָך ליװעראַנטן, למשל קלײנע פֿירמעס, צו באַטײליקן זיך אין אָפּמאַכן.

מיר ווילן אויך פֿאַרפֿעסטיקן די סטראַטעגישע פּאָסיציע פֿונעם אָפּמאַך אין עפֿנטלעכע געשעפֿטן. מע קענט גרינג טרײַבן גוטע געשעפֿטן אין אײן צײַט מיט דעם אַז מע אַרבעט פֿאַר אַן אויסהאַלטעװיקער אַנטװיקלונג און קאָנקורענץ אויפֿן מאַרק.

צי האָט איר פֿראַגעס װעגן עפֿנטלעכן אָפּמאַך קענט איר שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז:
http://www.upphandlingsmyndigheten.se/kontakta-oss/

Senast uppdaterad:

Relaterad information